צינדט א ליכטל לעילוי נשמתו
מיכאל בן משולם זושא ז”ל
שיקט דעם בלאט פאר משפחה אדער באקאנטע
?האט איר פראגעס
הרה”ח ר’ מיכאל ע”ה איז געווען אן אדם היקר באנשים, ער האָט געשטאַמט פון א שיינעם רבנישן יחום, ער איז געבוירן געווארן שנת תשכ”ב אין וויליאַמסבורג, צו זיין פאטער הרב החסיד הבלתי נשכח ר’ משולם זושא שניצלער ז”ל, וועלכער האָט ערשט געדינט אלס מנהיג רוחני און שו”ב פאר די אידן אין בודאַפעסט, אונגארן נאך דער קריג, און שפעטער מחשובי חסידי סאַטמאָר און לאַנגיעריגער מלמד תשב”ד אין די סאטמאַרער מוסדות אין אַמעריקע.
רי משולם זושא ז”ל איז געווען א זון פון הגה”צ המפורסם, פועל ישועות בקרב הארץ, מוה”ר שרגא שמואל שניצלער זצ”ל אבד”ק טשאבא, וועלכער האָט די לעצטע 30 יאר פון זיין לעבן געוואוינט אין ירושלים עיה”ק און פילע אידן האָבן משכים געווען לפתחו געהאָלפן צו ווערן דורך זיינע וואונדערליכע ישועות און סגולות. דער טשאבער רב איז געווען א זון פון הגה”צ ר’ ברוך יודא שניצלער זצ”ל מדערעטשקא, וועלכער איז געווען ממקורבי הגה”ק בעל דברי חיים מצאנז זי”ע, בן הגה”ק המקובל ר’ יואל זצ”ל, בן הגה”ק ר’ ברוך מקאלוב זצ”ל, חתן הגה”ק ר’ שמואל שמעלקא מניקלשבורג זי”ע.
דער טשאבער רב זצ”ל איז געווען אן איידעם ביי הגה”צ ר’ שלו’ גרינפעלד זצ”ל פון יארמע, בן הגה”צ ר’ ברוך גרינפעלד זצ”ל מנאנאש, חתן הגה”ק ר’ מיכאל גליקליך זי”ע, וועלבער איז געווען בארימט אלס “ר’ מיכאל נאנאשער” נאך וועמען דער נפטר האָט געהייסן, מגדולי תלמידיו פון הרה”ק ר’ יצחק אייזיק מקאלוב זי”ע ומאריות שבחבורה אין דער הייליגער חבריא חסידי אשוואר וועם מען האָט גערופן “אש-ואור”. רי מיכאל נאנאשער האָט געצויגן זיין יחוס פון הגה”ק בעל סמיכת חכמים, מגלה עמוקות, מהר”ל מפראג, בעל הש”ך, הרמ”א, הרוקח, רא”ש, רש”י, ולמעלה בקודש זי”ע.
*
זיין מוטער הצדיקת ע”ה איז געווען די טאָכטער פון הרה”ח ר’ יצחק יהודא [אייזיק לייב] מיללער ז”ל שו”ב אין קערעסטיר, בן הרה”ח ר’ משה מיללער ז”ל שו”ב אין עדעלין, וועלכער איז עטליכע מאֶל געווען א מחותן מיטן טשאבער רב זצ”ל.
*
אָנפאָנג ווינטער תשט”ז או געוען גאֶר א שטרמישע תקופה, ווען אין אונגארן האָט אויסגעבראָכן די רעואָלוציע קעגן די קאָמוניסטישע הערשאַפט, און פילע טויזענטער אידן האָבן דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט ווען די גרעניצן זענען געחען אפן און זענען אנטלאָפן פון אונטער די קאָמוניסטן. צווישן זי איז געווען ר’ משולם זושא ז”ל מיט זיין משפחה וועלכע זענען מיט אויסטערלישע נסי נסים אַנטלאָפן פון אונגארן און אנגעקומען קיין עסטרייך, און פון דאָרט האָבן זיי אַרדיסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע און האָבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג.
אין ויליאמסבורג איז ר’ זושא שניצלער ז”ל געוואָרן מקושר צו רביה”ק מסאַטמאר זי”ע און איז געווען אויסטערליש דבוק אין אים. דער רבי האָט אים זייער מחשיב געווען, זייענדיג א תלמיד חכם מופלג וירא שמים מרבים און האָט אים אויפגענומען אלס מלמד אין דער סאַטמאַרער תלמוד תורה, וואו ער האָט יאָרן לאָנג מרביץ תורה געווען און מעמיד געווען פילע תלמידים הגונים וועלכע געדענקען נאך ביזן היינטיגן טאָג זיין געהויבענע פערזענליכקייט. אויך איז ער געווען זייעד נאָענט צו הרה”ק ר’ יחזקאל’ע מערץ זי”ע וועם ער האָט נאך געדענקט פון פעסט, און ער האָט געהאָט די זכי’ אסאך מאל לשמשו בקודש.
שפעטער ווען רביה”ק זי”ע האָט מייסד געווען דאס שטעטל קרית יואל איז ר’ זושא ז”ל געווען פון די סאמע-ערשטע תושבים, און איז גלייך אויפגענומען געוואָרן אַלס מלמד דאָרט אינעם שטעטל, ביז צו זיין פריצייטיגע פטירה ביום ב’ דחוה”מ פסח שנת תשל”ז לפ”ק איבערלאָזנדיג א שטוב פון יתומים צווישן זיי דער נפטר ר’ מיכאל ז”ל.
*
הרה”ח ר’ מיכאל שניצלער ז”ל איז געווען א טייערער איד, א טוב עין וואס האָט פאַרמאָגט א זעלטן גוט הארץ פאר אַנדערע אידן, בפרט פאר חולי ישראל און לבבות נשברות, ער האָט פאַרמאָגט אומצאָליגע ידידים און באַקאנטע, און פאר יעדן האט ער געהאט א גוט ווארט, געזוכט אויפצולעבן יעדנ’ס מוט און גייסט, און שטענדיג געקוקט פאזיטיוו, טראָצדעם וואָס ער האָט אליין נישט געהאַט אזא גרינג לעבן.
מערסטנס טייל פון זיין לעבן האָט ער זיך אפגעגעבן צו מחזק זיין צעבראָכענע אידן. ער איז געווען באַרימט לאנגע יאָרן אלס א בעל מנגן ביי אידישע שמחות, ער האָט אָרויסגעגעבן פילע קאַסעטעס, אָבער ביי אַלעם איז אים געשטאַנען דער ציל פאר די אויגן צו משמח זיין אידישע קינדער אין סיי וועלכן מצב מ’געפינט זיך.
זיינע ניגונים און מעלאָדיעס זענען געוען מלא תוכן מיט חיזוק אמונה און בטחון. זיך צו שטארקן אויף אַלע שוועריגקייטן און סיי וועלכע אַדורבגאנג, און צוגאָב איז ער כסדר ארום מחזק זיין חולי ישראל וועלכע זענען געלעגן על ערש דוי אין די שפיטעלער.
נישט בלויז וואס ער האָט יענעם אויפגעלעבט אין שווערע מצבים, נאר ער אַליין איז געווען א מוסטער וויאזוי אַלעס אנצונעמען מיט ליבשאַפט. ער האָט קיין גרינג לעבן נישט געהאַט, מיטמאכענדיג פאַרשידענע שוועריגקייטן אָנגעהויבן ווען ער איז פאר’יתומ’ט געוואָרן פון זיין פאָטער יונגערהייט און אזוי ווייטער, אבער אלץ איז ער געווען אויפגעלייגט און מקבל געווען יעדע מצב בשמחה.
אָנגעהויבן מיט זינגעריי ברבים האָט ער אַלס יונגערמאן פון 30 יאָר, עס איז געווען דאָס ערשטע מאל ביי שמחות בית השואבה אין קרית יואל. שפעטער ביי א חתונה האָט מען אים איינמאל געגעבן א שטופ צו זינגען, האָט ער געזונגען מיטן רוקן צום עולם, זיך שעמענדיג, אָבער גאָכדעם ווי די צוהערער האָבן אים קאָמפלימענטירט, האָט עס געבויט זיין קאָנפידענץ און ער האָט זך גענומען
זינגען אפיציעל ביי חתונות.
צוביסלעך האָט ער אָנגעהויבן ארויסגעבן אלבומס פון ניגונים, אויף וואס ער האָט שטארק אַכט געגעבן אז עס זאל זיין געווידמעט צו מחזק זיין צעבראבענע נשמות און אנטהאַלטן חיזוק-ווערטער פאר אידן אין אַלע אומשטענדן. ברבות הימים זענען פילע אידן כסדר אים געקומען זאגן וויפיל חיזוק און אינספיראָציע זיי האָבן געשעפט פון זיינע קאסעטעס. עס איז אַמאל צוגעקומען צו אים א איד דערציילן אז זיין זון האָט נישט געקענט גיין אויף די פיס, און היינט צוטאָנס גייט ער ברוך ה’ אויף זיינע אייגענע פיס צוליב דעם אַלבום
”יא דו קענסט” וואָס איז ערשינען דורך ר’ מיכאל, ער האָט שפעטער פארפאסט א קאָמפאָזיציע פון דער מעשה.
א באַזונדערע קאָפיטל אין זיין לעבן איז געווען דאס וואס ער האָט מחזק געחען אַזויפיל צעבראכענע נשמות און האָט פארמאָגט אן אוזן קשבת פאר זיי מיט ווארימקייט און געפיל, וואָס דאס האָט אָנגעַהאַלטן ביז געציילטע שעה פאר זיין פטירה. נישט איין מענטש און נישט צוויי דערציילן ווי זיי האָבן נאך דעם לעצטן פרייטאָג נעשמועסט מיט ר’ מיכאל ווי שטענדיג.
גאָרנישט האָט אים אפגעהאַלטן פון גיין אויפלעבן אָדער משמח זיין א חולה, אין סיי וועלכע פאַרנומענע צייט. אויב האט ער געהערט אז א קראנקער אין שפיטאל האָט געזאגט אז מען זאל רופן מיכאל, איז ער דארט געווען געשווינד.
זיין מחותן האָט דערציילט ביי די דברי הספד לפני מטתו אז ער איז אמאל אריין צו א חולה אין שפיטאָל, זיך אראָפזעצענדיג האָט זיך דאס בענקל צוזאַמגעלייגט און ער איז אַראָפגעפאלן. האָט דער חולה זיך גענומען שטארק לאכן, האָט ר’ מיכאל געזאָגט אויב אזוי וועלן מיר דאָס טון ביי אלע חולים, ער איז אריין פון איין שטוב צום אנדערן און ביי יעדן איבערגעמאכט דעם שפיל, זיך אַראָפגעזעצט
און מכלומרשט אַראָפגעפאלן. נאָכדעם האָט ער געהאַט רוקן ווייטאג דערפון און געהונקעט פאר צוויי וואכן אָבער! עס האָט אַלעם געלוינט בכדי צו מחזק זיין חולי ישראל.
נאך א דוגמא איז געחען ווען ער האָט פלוצלינג פאַרלוירן זיין טייערן ברודער הבלתי נשכח, ר’ ברוך יודא שניצלער ז”ל, דער לעגענדאַרער גבאי צדקה פון רבי מאיר בעל הנס, וואָס איז נפטר געווארן בעפאָר פסח שני שנת תשע”ט, און ער האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ‘אלקא דמאיר ענני’ לזכרון נשמתו. ער איז דאן ארויפגעקומען צו די אלמנה אין שטוב און דאָס געזינגען צום ערשטן מאל מיט הייסע טרערן, אַרויסברענגענדיג. זיינע שטריכן און ווי ער זאל זיין א גוטער בעטער. ערשט דערנאָך איז דאס פארשפרייט געוואָרן פארץ כלל.
דעם פאַרלאָפענעם פסח איז ער געפאָרן פראווען די ערשטע טעג יום טוב אין ארץ ישראל טראץ וואס ס’איז אים נישט גרינג אנגעקומען, בעפאָר פסח האָט ער אויפגעטרעטן פאר פילע יתומים, צו וועם ער האָט פאַרמאָנט א ספעציעלע הארץ זייענדיג אליין א יתום אין זיין יוגענט. חול המועד איז ער צוריקגעקומען און איז שוין די צווייטע טעג פסח געווען צוריק אין ניו יארק.
דעם פאַרלאֶפעַנעַם ערב שבת, אסרו חג, האָט ער זיך געפונען אין שטוב פון זיין שוועסטער אין עירמאָנט. ער האָט ווארעם געשמועסט אויפן טעלעפאָן און מחזק געוען אידן. אבער האָט זיך אפגערעדט אַז ער פילט נישט גוט, און מען האָט גערופן חברה הצלה. אָבער ער איז ל”ע אוועקגעפאלן מיט א מאַסיווע הארץ-אַטאַקע, די הצלה-לייט האָבן פרובירן אים צו ראַטעווען אָבער ליידער האָבן זיי נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן זיין פריצייטיגע פטירה.
א טרייסל און שוידער האָט אַרומגענומען אידן בכל מקומות מושבותיהם הערנדיג אז דער לעגענדאַרער גוט האָרץ, וואָס האָט געלעבט כסדר פאר אַנדערע, ר’ מיכאל ע”ה, האָט אזוי פלוצלינג צוריקגעקערט זיין נשמה למקור מחצבתו.
די לוי’ איז פאָרגעקומען ערשט זונטאָג אויפ’ן ביה”ח “הר שלום” אין מאָנסי, צוליב וואס מען האט געוואַרט אויף די קינדער וועלכע זענען געקומען פון ארץ ישראל. עס האָבן זיך געזעגנט א רייע מספידים וואָס האָבן אַרויסגעברענגט חשוב’ע שטריכן.
צום ערשט האָט גערעדט הגאון דומ”ץ דקהל ראָיעל גראוו שליט”א, ואוָס ר’ מיכאל האָט געדאוונט ביי אים אין ביהמ”ד אין לעיקוואוד די לעצטע פּאר יאר. נאָכדעם האָט זיך געזעגנט זיין שוואָגער. הרה”ח ר’ אנשיל בוקסבוים היו פון מאָנסי, דערנאָך זיין יונגערער ברודער הרה”ח ר’ חנני’ הי”ו, זיין בן יחיד מוה”ר זושא הי”ו, אן אייניקל הב’ שמעון וויינבערגער נ”י.
בקול בוכים האָט מספיד געווען זיין קרוב כ”ק אדמו”ר מניקלשבורג שליט”א, וועלכער האָט אַרויסגעברענגט ווי שטארק ער האָט מחזק געווען צעבראָכענע נשמות און ווי זיי קומען אַלע אים זיכער אנטקעגן. דער ניקלשבורגער רבי האָט געזאָנט אז ער ווייסט פון עטליכע אידען וואס זענען געבליבן ביי זייער אידישקייט נאֶר א דאָנק ר’ מיכאל.
בקול חנוק מדמעות האָט זיך געזעגנט זיין ידיד דער בעל מנגן מוה”ר ליפא שמעלצער הי”ו, וואס האָט א לענגערע צייט באוויינט ווי ווייט ר’ מיכאל האָט אים מחזק געווען אין אַלע זיינע מצבים און איז געווען א טרייסט און טל תחי’ פאר פילע אַנדערע לבבות נשברות.
געוואַלדיגע נקודות איבער אים האָט אַרויסגעברענגט רעו ועמיתו דער וועלט-בארימטער חסידישער בדחן הרה”ח ר’ פנחס מרדכי וועבער שליט”א. דערנאָך האָבן גערעדט הרה”ח ר’ יונתן שווארץ שליט”א, עס האָבן זיך געזעגנט: זיין איידעם מוה”ר בערי ווייס הי”ו, זיין ברודער הרה”ח ר’ אלימלך משה הי”ו, זיין ברודער הרה”ח ר’ אברהם וואלף הי”ו, זין ברודער הרה”ח ר’ יעקב הי”ו פון קרית יואל, און זיין מחותן הרה”ח ר’ אלעזר ווייס הי”ו.
ער איז געקומען לקבורה במקום מנוחתו אין ביה”ח “הר שלום”, עדי יקוצו וירננו שוכני עפר לתחי’.
ויהי רצון שלא יישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ונשמע ונתבשר בשורות טובות.
יהא זכרו ברוך.
אומריכטיגע אינפארמאציע? ווילט איר עפעס פארבעסערן? ביטע פארבינדט אייך
קינדער:
זוהן – ר’ משולם זושא הי”ו
איידעם – ר’ בערי ווייס הי”ו
איידעם – ר’ יושע שפילמאן הי”ו
געשוויסטער:
ברודער – הרב ר’ שלום ז”ל
ברודער – הרב ר’ אייזיק לייב ז”ל
ברודער – הרב ר’ ברוך יודא ז”ל
ברודער – ר’ אברהם וואלף הי”ו
ברודער – הרה”ח ר’ אלימלך משה הי”ו
ברודער – ר’ יעקב הי”ו
ברודער – ר’ חנני’ הי”ו
שוואגער – הרב יעקב מילער שליט”א מיאַרמע
שוואגער – ר’ יעקב פריעד הי”ו
שוואגער – הרה”ח ר’ אנשיל בוקסבוים הי”ו
שוואגער – הרה”ח ר’ שלו’ יעקב שווארץ הי”ו
בילדער
ריקארדירונגען

מיר ארבייטן צו פארבעסערן און פארשענערן אונזער וועבזייטל עס זאל זיין א דבר השלום מיט א געשמאקע עקספיריענס פאר יעדעם.
דערווייל אויב האט איר סיי וועלכע הערה, געדאנק, וואס קען העלפן צו פארבעסערן, ביטע פארבינדט אייך מיט אונז.
ווילט איר נישט פארפאסן די יארצייט פון א נאנטן?
שרייבט אייך אויף פאר א דערמאנונג פריי פון אפצאל
מיר וועלן בשום אופן נישט פארקויפן אדער מיטטיילן אייער אינפארמאציע מיט אנדערע.